About

"ישיבת דרך התורה דסאטמאר אין נייעק שטייט אינטער די פירערשאפט פון כבוד הגה"צ אב"ד דקהלתינו הק' וויליאמסבורג שליט"א וואס פון די ערשטע מינוט ווען עסאיז אויפגעקומען דער פלאן צו גרינדן אזא ישיבה האט ער זיך אריינגעלייגט בכל לב ובכל נפש צו פארזיכערן אז דער ישיבה ווערט אוועקגעשטעלט אויף די ריכטיגע רעלסן, און אז עס דערגרייכט די צילן פאר וועלכע עס איז אוועקגעשטעלט געווארן.

די ישיבה באשטייט פון די סמעטענע וואס סאטמאר האט נאר צו אפפערן. די בחורים החשובים זענען א דוגמא פון וואס דאס הייסט א חשובע׳ר סאטמערע חסידישער בחור. די איידלקייט און ערנסטקייט וואס עס ליגט אויסגעגאסן אויף זייערע געזיכטער איז נישט צום שילדערן אויף פאפיר. עס דערקענט זיך די מאס רואיגקייט און ישוב הדעת פון וועלכן זיי געניסן ביים לערנען אין ישיבה אויף די בערג, אפגעהאקט פון די דרויסנדיגע רוישיגע וועלט מיט איר גשמיות׳דיגער הו-הא.

און אז די בחורים זענען אזוי איידל און מצליח, איז דאך פשוט אז די הורים החשובים זענען אוודאי איבערצייגט אז די ישיבה קומט זיך א דער גרעסטער טייל צו קרעדיטירן אין זייערע אויסטערלישע הצלחות. די עלטערן זעען איין און זענען מכיר טובה אין דעם ישיבה, און זעען בחוש ווי דאס האט אן אויסטערלישן פאזעטיווער אפעקט אויף זייערע חשובע בחורים, און זענען רואיג וויסנדיג אז זייערע בחורים וועלן אויסשטייגן דאס בעסטע וואס זיי קענען נאר כדי צו אויסשטייגן די קומענדיגע דור פון סאטמארע חסידים לשם ולתפארת

דרך התורה איז א פלאץ אין וועלכע דער בחור געפינט זיך אלעמאל, און דאס ערמעגליכט פאר דעם בחור צו שטייגן ביז א מקאסימום, ער האט נישט קיינער וואס זאל אים קענען אראפשלעפן פון דער סולם העולה בית קל, ער איז א גאנצן טאג אין א ישיבה אטמעספערע, ער אטעמט דער לופט אין ישיבה, נאר דאס אינטערעסירט אים, און נאר דאס זעט ער. אויסגעטון פון פאליטיק, אויסגעטון פון די דרויסנדיגע וועלט, אויסגעטון פון נארישקייטן און הבלי עולם הזה, זיצן זיך די תלמידים און טוען דורך סוגיא נאך סוגיא, ווערנדיג געפירט דורך זייערע חשוב׳ע מגידי שיעור און מרביצי תורה וועלכע פארפיגן אויף די סביבה מיט אן אויסטערלישן געשמאק, שטופנדיג דעם בחור צו ווילן אנקומען צו נאך און נאך מדריגות במתיקות ועריבות שבדרך התורה.

פון די ישיבה׳ס דערגרייכונגען ברוחניות קען מען רעדן און רעדן און נישט אויפהערן. אין די קורצע צייט זינט איר גרינדונג האט זי שוין זוכה געווען צו מעמיד זיין תלמידים הרבה על במתי התורה והיראה ברך הסלולה לנו מרבותינו הקדושים זכותם יגן עלינו. אצינד איז די צייט צו רעדן פון די גשמיות פערספעקטיוו פונעם בילד, און פונעם עתיד פון דרך התורה, און וויאזוי מיר אלע וועלן אנטייל נעמען דערין בלב ובנפש בכל מאודינו צו פארזיכערן אז די ישיבה שטייט אויף פעסטע פינאנציעלע פיס, און אז ולא ימוש דרך התורה מפינו ומפי זרעינו מעתה ועד עולם

מען דארף אויפקומען מיט לייטישע סכומים צו פארזיכערן דעם עתיד פון דרך התורה. דערפאר ווענדן מיר זיך צום ברייטן ציבור, לבוא לעזרת ה׳ בגיבורים, און זיך משתתף זיין ברוח נדיבה בכל מאודם צו קענען אוועקשטעלן דעם עתיד פון ישיבת דרך התורה דסאטמאר, און פארזיכערן אז דער הייליגער מקום וועט ווייטער קענען אנגיין אומגעשטערט

!כך היא דרכה של תורה! היה נא מצליח דרכי